צ 28 8 טוט גופוס טמודצ א צזוטום 6 אטאםוטקזעפ וע שצע ופ

8 5 .סא

ה אע אא/א.1, זאונטאטםא זאזוזאסצ

=:

םאטש 008 בפוטסזצ זא אסזז 985ט1558011א , 1116851אג,

מהדאמס אססט 8מפזסמסנצ זא אסזדא א 58 55,461 זא , 1157 זאג, 6 4טז1א1ט(815160ס1צ ! 250-4000 413

סאס. אתמזאמסאססטטפ1ספנצ. שיטיעץ

0

תעד 208 סאזנסאש? מ04ן/זא צמ4 ממ1ן} עפוםסנצ זהאזנטס1ם 918/8886 אמצפ1פ

;1צם סממנצסמ?ת 49/, עז

171 0190 1100 11 ח+וזטססז:) 140 62 4710, //ז1זזם? 1ום1ווטגרזב) זודסנזןו6פ 100 װו10111140110 װז131/50/10 .8 0ז00ז80 814 100016 ש181005 2004

06 1061 װו101000110 8018 1191100115 1 .םס /146 560וז/011ז10 חסם חחם װחזםפ 1:011116401101 1/10610ס/'1 160116116 0נום דוסב 8 02 פמאמנם? סאג 5ג8מזאמזא סאו ז6016:) 8008 14018/1+ /18זס1ז טאג

1{סטמץפּ 1120100021 2 18 (680001קן 201060 זס ,6סחק 2014606 סתיך סיז 68ז0ס תסתק010ס זגוס 101 תסחגזנקפתו 106 .ץו1צ28סזס װפוס10} 04 -181261 , װזס521ז6/ 04 1ת11202 600161 /' 2051 0סזסת סו) עט 0691 4

5 7 זסקןסעקן 1006116001 8 +12עעקסס 06 1696018 61 3004 16015/' 1מסגאו סתך 0021 ס1{טטק סח} תז ז6106 15 8016 5נו) /16086טטסת זגוס 04 2656 06) 10 .28ססט זגוס תג 14600466 06 ת8ס ז10106 זק1צעקסס זתס1צטס סת הס1ט 01 11סטט תבתקתס תג 18 14 עס -- 01069 סחטט טוסת טסץ 14 זס - עזסטט 4015 60 זעגצעקסס 6ט200 תג 2010 טסץ 1 .זס. ז6װ11ט60תס0102050 26 610211 צט זס ,4101 413-250-4900 2 סתסתק שט /120ת0ס 16296קן

ימים נוראים אלמאַנאַך

0,,5ם,םע/םפן

?

אַרויסגענעבען פון דער אָרטאָראָקסישע ביבליאָטעק ניזײיאָרק, תשכב"א

א : לת אי ײ ר

ימים נוראים אלמאנאד

אַן אַנטאָלאָגיע פון מאמרים, עסייען און רעיונות אויף די ימים נוראים פון גדולי תורה און אָרטאָדאָקסישע דענקער און שרייבער פון לעצטען און היינטיגען דור,

צונויפגעשטעלט און רעדאגירט פון יוסף פרידעמאָן

אַרױסגעגעבען פון דער אָרטאַדאָקסישע ביבליאָטעק ביי , דאָס אידישע וואָרט" אלול תשכ"א

*י1 46 זד,, זת, 41 זתז צ+סמתסא זיזזעס צי ץט פוֹחֹקַשסהז! 806 5ע6558 +0 {2ס!סה+ח8 װזוֹץסזסאו חזוחזסל / 6 פזס;חוה} 01100408 2חו626/ 206 הגזסך /0'6016 .ח672110ח26 +960סזקן 200 +123 סח} }0 5זס}1זעט

6 עט (2110115266 צ מת אט ן 802סט 07

עס 08401201 4 ייך4םסע פגפומס1צ 5ססי 42128104/ 02 /1588481 זדאפט6ג/ עס אסזפזטזם א ,38 אפסצ שיתאן ,518881 אאזאאממם מעזן

על 1961 װ19זעקס6) 164108/ 02 /זםא 158 11 09ט46/

על .60.5.4 116 מז 166מ271 :60 8115486ט2 8 טאזעצזנסאת1 8809 פפעטאז5זטםפ . צו ,3 088 ששמא ,81מ512 41 זפגתם 21

5 )252(

אינהאַ לט

פאָרװואָרט 0 ותא סור 0 בר טע 1 2 ה ששו העתה ציף אנ דער חודש פון תשובה 22 -הנפון ר' שמשון רפאל הירש ו"ל תקעו בחודש שופר אי .2 הנאון ר' טאיר שמהה הכהן ו"ל אמונה אי אטינ זנ שנקנקקק-טימ---;-הגאון, הי-אלהנן;וואסערמאן ז"ל װאָס לערנט אונז דער קול שופר אט יט דניר "אהרןלקווין ז"ל מלכיות, זכרונות, שופרות טע תנתון ה' הברהם יצהק בלאך ז"ט דער תשובה-רוף פון קול-שופר 2 -חנאק ר אהרן װאלקין ו"ל צוריק צו תורה טיט עטיב :222 הקגאון-ר' מט םעטמ באאט יס א מת אי יי ר קנאט ר שטמואלאהוה קאסקי ו"ל בּטחון :, הט .המ יה ווא .04 :זהזגאסההאוהובעלשהאהזוןזאישיהזיל תשובה פון צבור אי ערה ת יט 2 הנאה ר אליעזר תלי דעסלער ו"ל ומפני חטאינו גלינו יט טנ נט משס.:עטטסע08::ט..:::5:.2::::הר; -נתן בירכבויִםו זייס שמועסן וועגען תשובה הי יי .הי אלכפנדר זושם פרידמפן ז"ל מלכות ש-די סשנגאפאר. הע 04י חנ :וס - זונייום. שתהה. זבןצקווויפעסלעהוו"ל חושים פּאַר רוחניות ייר יקוקא קיב טהלטאן ו"ל ימים נוראים'דיגע תפילות טיט .2 :הב וי זקטן, פטראצקין תשובה דורך התחדשות שיו בנ פייט 1113 ההביריויהייםימרדכייקפמץ אין ליכט פון אמת יי א יא ארכ ף' כמרהכי הניפטעה יסודות פון אירישקייט א יי 0 מהרכור יהוהה אלמוםקי וככן תן פּחדך לטב ונב :56,110 :געט :הב משהשערעה משלים פון , חפץ חיים" זצ"ל אל יט בנ ט. טי הוהיזפריצקי ימים נוראים נוסח גער ר טיט טי לט ט. אע יט;ההכבהאכההםיזעמכבט אלול --- די עיר מקלט פאַרן זינדיגען דע יע צאכן גאהראן סוכות יום ראשון לחשבון עוונות 8 אע 2 הרב ה-צבי הלהרשהאהן 220 דער מוסר השכל פון דער סוכה 22 פהרב'דר יצהתק לעהין

אָפּטימיזם און פּעסימיזם יע ידה. קי נימצעוויטש ו"ל

86 89

פאַרוואָר ט

דער פאָרליגענדער אַלמאַנאַך נויטיגט זיך אייגענטליך ניט מער אין קיין אַרײינפיר. עֶר איז דער המשך פון , פּסח אַלמאַנאַך" װאָס איז דערשינען היייאָר פאַר פּסח און איז נאָך אַ רינגעלע אין דער קײט פון פּאָפּולערע יהדות זאַמעל:װערק װאָס די אָרטאָדאָקסישע ביבליאָטעק נעבען פדאָס אידישע װאָרט" האָט אויף זיך גענומען די אויפגאַבע צו פאַרשפּרײטען.

אויב דאָס אַרוסגעבען דעם ,פּסח אַלמאַנאַך* איז װי יעדער ערשטער טריט געװען באַגלײט מיט אומזיכערקייט, זיינען מיר צו דער איצטיגער אױסגאַבע צוגעטראָטען מיט דער גרעסטער מאָס איבער- צייגונג אין דער נחיצות און װיכטיגקייט פון אונזער אונטערנעמונג. די פילע הונדערטער ענטוזיאַסטישע בריוו פון מחשבה-דורשטיגע אידען, בני תורה און בעלי דעת, צװישען זײי אַ צאָל אָנגעזעענע רבנים איבערן לאַנד און אין חוץ לארץ, האָבען אונז באַװיזען, אַז פאַראַן מאַסען אידען װאָס האָבען סיי אַ חוש און סיי אַ דורשט פאַר אַזעלכע פּובליקאַציעס פון ערנסטער און װאָגיקער אידישער מחשבה.

װי מיר האָבען שוין אויפגעקלערט אין אַריינפיר צום ,פּסח אלמאַנאך" האָבען מיר זיך געשטעלט א דאָפּעלטע אויפגאַבע :

) צו פּאָפּולאַריזירדען און ברענגען צו די ברייטע מאַסען די מחשבה'פּערל פון אונזערע גדולי ומאורי התורה פון די לעצטע דורות. די דאָזיגע פּערל װאָס קענען דינען װי א קװאַל פון התחזקות פאַר אידישקייט זיינען צעװאָרפען אין ספרים, ירחונים און קונטרסים צו װעלכע דער ברייטער עולם האָט ניט תמיד קיין גרייטען צוטריט. דורך די אױסגאַבען פון דער אָרטאָדאָקסישער ביבליאָטעק װעלען די דאָזיגע אייביגע רייד קענען דערגרייכען װאָס ברייטערע אידישע מאַסען און זי העלפען פאַרטיפען דעם אידישען באַװאוסטזיין און באַגײסטערן זי פאַר די אייביגע קניני היהדות,

2) דאָס איבערדרוקען, און במילא פאַרהיטען פון פאַרלוירען גיין, דעם אומדערשעפּליכען אוצר פון אידישער מחשבה װאָס איז צעזייט און צעשפּרײט אין די פילצאָליגע אָרטאָדאָקסישע צייטשריפטען פון פאַר דער מלחמה. די אוצרות המחשבה װאָס געפינען זיך אין די פאַרגעלטע בלעטער פון דער דאָזיגער אָרטאָדאַקסישער פּרעסע האָבען פאַר יאָרעןלאַנג געדינט פאַר איינע פון די בעסטע אינסטרו- מענטען צו פאַרשפּרײטען די אידעאַלען פון יהדות און אַלס מעכטיגער כליזין געגענצואװירקען די צעשטערערישע השפּעות פון דער מאַדערנער כפירה-ליטעראַטור און תורה-פיינטליכער סביבה. די דאָ- זיגע מאמרים קענען נאָך היינט דערפילען די דאָזיגע אויפגאַבע ניט װייניגער װי אַמאָל. אין זעלבען זין באַמיען מיר זיך אויך צו פאַראייביגען די בעסערע יהדות-מאמרים װאָס דערשיינען היינט צו טאָג אין דער אַרטאַדאָקסישער פּרעסע אין גאָר דער װעלט.

די פאַרליגענדע אױיסגאַבע פון אימים-נוראים אַלמאַנאַך" מיט מאמרים און רעיונות אויף די ימים- נוראים, אַנטשפּרעכט די אױבענדערמאָנטע צילען. און מיר זיינען זיכער, אַז אונזערע לייענער װעלען מודה זיין, דאָס אין זין פון ,מעלין בקודש" האַבען מיר בע"ה באַװיזען איבערצושטייגען די פריערדיגע אויס- גאַבע סיי אין תוכן און סיי אין פאָרם. אין דער דאָזיגער ריכטונג װעלען אויך זיין אונזערע באַמיאונגען להבא.

מיר האָפען, אַז די באַוװאוסטזיניגע אָרטאָדאָקסישע עפענטליכקייט װעט אויפנעמען די דאָזיגע אויס- גאַבע מיט נאָך מער צופרידענהייט װי די ערשטע און אַז אָפּשאַצענדיג די װערט פון אונזער אַרבעט, װעט אונז געגעבען װערען די מעגליכקייט ממשיך צו זיין און צו רעאַליזירען אונזערע װייטערדיגע פּלענער.

י פ.

בע"ה, אלול תשכ"א.

דער חודש פון תשונח

פון הגאון ר' שמשון רפאל הירש ז"ל

= לוחות העדות זיינען געלעגען צעבראָכען ביים באַרג סיני. אונזערע פאַרפירטע עלטערן האָבען דאָס זעבאַרע און צייטווייליגע געשטעלט העכער איבער דעם אומ-

זעבאַרען און אייביגען; זיי האָבען אָפּגעקערט דאָס האַרץ פון אייביגען באַשעפער און גענומען דינען אַן ערדיש באַשעפעניש. נעמענדיג פאַר זיך אַלס סימבאָל דאָס גאָל- דענע קאַלב, האָבען זי אָנגעהױבען פאַרגעטערן די נאַטור. אלה -- אָט די וועלט מיט אירע ערדישע גיטער, װאָס מען קען אָנטאַפּען מיט די חושים, האָבען זיי פּראָקלאַמירט אַלס -- אלהיך ישראל!

און אַזױ זיינען די גיטליכע לוחות מיטאַמאָל געלעגען צעבראָכען אין שערבלעך. ווייל ווען עס פאַרשווינדט דעם מענטשענס באַוואוסטזיין אין זיין אייגענער ג-טליכער נאַטור; ווען דער מענטש קען זיך ניט אויפהויבען צוֹ דעם איינציגען אומזעבאַרען און העכסטען : ווען ער בוקט זיך צו די פיס פון דער נאַטור איבער וועלכער עֶר, דער מענטש, דאַרף זיין דער האַר און ניט דער קנעכט, -- דאַן איז ניטאָ מער דער יסוד אויף וועלכען צו בויען גיט'ס הויז. ניטאָ מער די ערד אויף ועלכער מען זאָל קענען פּלאַנצען אַ ג-טליך- מענטשליך לעבען, דורכגעדרונגען מיט ג"ט'ס גייסט,

אָבער דאָס פאַרבלענדעניש האָט ניט לאַנג אָנגעהאַלטען. דאָס פינסטערע נעפּעל איז זיך צעגאַנגען. די װאָס האָבען געדינט דאָס פאַרגענגליכע זיינען אָפּגעװישט געװאָרען, און דער גייסט פון אונזערע עלטערן האָט זיך צוריקגעקערט צום אייביגען ג"ט. דאַן איז געקומען גיט'ס חסד אין דער פּראָקלאַמאַציע פון ?סלחתי". דער אייביגער בונד איז צו- ריק געשלאָסען געװאָרען. דאָס פאָלק האָט צוריקבאַקומען די לוחות העדות און מען האָט זי אָנגעוויזען וי אַזױ צו בויען דעם הייליגען משכן.

ס'איז געווען דער צענטער טאָג אין חודש תשרי ווען דאָס װאָרט ,סלחתי" האָט גע'חתמ'עט דאָס אַרױסהױבען זיך פון אונזער פאָלק פון דער געפאַלענקײיט אין וועלכער עס האָט געהאַט געזונקען. און דער דאָזיגער פאַקט האָט געהייליגט דעם חודש תשרי פאַר אַלע צייטען, אַלס אַ חודש פון טיפסטער ערנסטקייט און הייליגסטער שמחה.

תרועה און תששובה, סליחה, כפרה און טהרה, אמונה און שמחה. אָט דאָס איז דער בוים, דער עץ החיים, װאָס דער חודש תשרי פלאַנצט איין יאָרייערליך אין אונזער לע- בען און װאָס רופט אונז אַלע זיך צו שיצען אין זיין שאָטען. תרועה און תשובה זיינען די װאָרצלען, כפּרה, סליחה אוֹן טהרה איז דער בוים, אמונה און שמחה זיינען די לעבענס- זאַפטיגע פרוכטען. דער בוים קען נישט געבען זיינע מחיה'דיגע פרוכטען אָן גענוג שטאָרקע װאָרצלען,

51

ימים נוראים אַלמאַנאַך

דער קול תרועה פון שופר מוז קודם כל אונז מאַכען אויפוואַכען פון אונזערע פּוסטע טרוימען, אונזערע פאַלשע אילוזיעס אין וועלכע אונזערע חושים וויגען אונז איין. עס דאַרף דערשיטערן די אַלע אילוזאָרישע געביידעס װאָס מיר בויען אין די לופטען פון אונזער פאַנטאַזיע. דאַן קומען די טעג פון תשובה װאָס לערנען אונז וי אַזױ צו גע- פינען דעם וועג צוריק אין די אָרימס פון אונזער פאָטער אין הימעל און פירען אונז אַרין אין טאָג פון יום הכפּורים. דער טאָג פון יום כפּור צעשטערט אַלע בריקען מיט דער זינדיגער פּאַרגאַנגענהײט און צוזאַמען מיט כפּרה, סליחה און טהרה, זיינען מיר זוכה צו אַ נייעם ריינעם באָדען אויף וועלכען מיר קענען אינם יום-טוב סוכות מיט פאַר- טרויען און שמחה אויפשטעלען דעם משכן פון אונזער לעבעף

יום תרועה. דאָס איז די התחלה. מיטן קול שופר האָט אונז גיט אַמאָל צונויפגע-

זאַמעלט ביים באַרג סיני און מיטן דאָזיגען קול שופר װעט ער אונז װוידער צונויפזאַמלען אין טאָג פון והיה ביום ההוא,

דער קול שופר פלעגט אַמאָל רופען דעם שקלאַף צו זיין פרייהייט, דעם אָרימאַן צו- ריק צו זיין פאַרמעגען און דעם אַנטאײגענטען הײימלאָזען צוריק צו זיין היים. אַזױ רופט אונז דער קול שופר יעדען תשרי צוריק צו ג"ט. עס רופט דעם פאַרשקלאַפטען צו זיינע חושים, צוריק צו גיטלעכער פרייהייט : דעם אָרימאַן װי דעם מכלומרשט רייכען, צוריק צו אמת'ער עשירות און דעם פאַרװאָגעלטען װאַנדערער צוריק צו זיין אייגענער היים.

די תקיעה פלעגט זיין דער רוף צו אונזערע עלטערן זיך צו פאַרזאַמלען אַרום זייער פירער. די נאָכפאָלגענדע תרועה איז געווען דער סיגנאַל צום קאַמף, בעת די וױיטערע תקיעה איז געווען דער רוף צום מאַרש פאָראויס צום ציל, דאָרט וואו גיט האָט זיי שוין דערװאַרט גייענדיג פאָראויס הינטערן ענן הכבוד מיטן ארון הברית.

אַזױ רופט אונז די תקיעה פון תשרי צוריק צום פּאַסטוך װועמען מיר האָבען פּאַר- לאָזען. דאַן קומט די תרועה װאָס רופט אונז אויפצושפּרינגען צום קאַמף, אָפּצוברעכען יעדער פריערדיגע פאַרבינדונג מיטן שלעכטען, דערווייטערן זיך פון יעדער פּאָזיציע אויף וועלכער עס רוט ניט גיט'ס ברכה און אָפּרױימען יעדער זאַך װאָס שטעלט זיך אין וועג צווישען אונז און גיט. דאַן קומט וידער די תקיעה װאָס רופט אונז צום הייליגען אָרט וואו עס געפינט זיך דער ארון הברית, אונטער דעם גנעדיקן װאָלקן פון אים ברוך הוא.

דער הױיפּט-מאָטיוו פון טאָג איז תרועה -- דער שאַלענדער קאַמפס-רוף. די תקיעה אַלײן איז ניט גענוג! ס'איז איבעריג דיין שטעלען צו ג-ט'ס רוף, אויב דו ביסט צו שװאַך נאָכצופאָלגען זיין תרועה-רוף! אויב די תרועה מאַכט דיך ניט אויפציטערן אויב עס דערװועקט דיך ניט פון דיין זיסען שלאָף װאָס שלעפּט דיך אַראָפּ צום אָפּגרונט.

ס'איז איבעריג דיין הערען די תקיעה, אויב דו דערהערסט ניט אויך די תרועה, דעם רוף צו באַקעמפען און אָפּצוברעכען מיט דיינע געוואוינהייטען, דיינע תאוות און אימפּולסען װאָס מאַכען דיך אַ שקלאַף צו דער וועלט,

וויי איז דיר אויב דיין ג"ט, וועמענס תקיעה רופט דיך, איז פאַר דיר ניט מער װי אַ הערשער צו וועמען דו פילסט בלוין די פליכט אָפּצוגעבען זיין כבוד אין טאָג פון ראש השנה. וויי איז דיר, אויב דו דערהערסט ניט זיין װאָרנענדע תרועה, מיט וועלכער ער פאַרלאַנגט דיין גאַנץ וועזען, דיין גאַנצע צייט, דיין גאַנצען כוח, אַלע דיינע געדאַנ- קען און געפילען ; וויי איז דיר אויב דו דערהערסט ניט די פאָדערונג זיך איבערצומאַכען און איבערצואַנדערשן,

דער יום-תרועה ווערט נאָכגעפאָלגט פון אַ װאָך פון תשזובה.

תשובה, צוריקקער -- וער װאַגט דען אפילו בלויז צו ברענגען פאַרן מויל די דאָי זיגע ווערטער אין אַ דור אין וועלכען יעדער איינער בוקט זיך צו פּראָגרעס, צום פאָרשריט?

16

ימים נוראים אַלמאַנאך

אָבער ג-ט פאַרלאַנגט דיין צוריקקער, דיין אָפּשטעלען זיך אין מיטען פון דיין ,פאָר- שריט?, און נאָכפּרואװען דיין וועג.

ווייל אפשר איז דיין פאָרשריט גאָרניט קיין פאָרשריט? שטעל דיר פאָר, אַז דו האָסט געמאַכט אַ טעות און ביסט אַרױף אויף אַ פאַלשען וועג. אמת, דו גייסט פאָראויס, דו מאַכסט פאָרשריט, דו פּראָגרעסירט, --- אָבער וואוהין ? גיין פאָראויס מיינט ניט תמיד אויך דאָס גיין אויפן ריכטיגען וועג.

נעמען װי ,פאָרשריט", ,פּראָגרעס? קענען דיך לייכט פאַרנאַרען, ווייל אַלץ איז אָפּ- הענגיג דערין צי דער וועג אויף וועלכען דו גייסט פירט דיך צום ריכטיגען ציל, פירט דיך צום מענטשליכען שלימות, פירט צו דעם גליק װאָס נאָר גיט'ס װעג קען געבען דעם מענטש.

נאָך מער. דו קענסט גיין אויפן ריכטיגען וועג פאָראויס, נאָר אין מיטען מאַרש מאַכען בלויז אין אַ מאָמענט פון שװאַכקײט אַ קליינעם אָפּנױג. און אָט דער אָפּנױג קען דיך פאַרפירען אין דער פאַרקערטער ריכטונג פוֹן ציל. און ווען עס קומט ג-ט'ס רוף צו תשובה, פאַרװאָס ניט דערהערען דעם רוף און נאָכפּרואװען צי דו ביסט ניט אַמאָל אַרױף אויף אַזאַ פאַלשען און געפערליכען װועג?!

דערהער זשע דעריבער אין טאָג פון תרועה דעם דאָזיגען רוף צו תשובה. פּרואװו נאָך דיינע וועגען, דיינע מחשבות און געפילען, דיינע ווערטער און מעשים, דיינע גע- שעפטען און פאַרוויילונגען, דיין פאַמיליע-לעבען אוֹן די באַציאונגען מיט דיינע פריינט, צי זיי זיינען אַלע אויפן וועג װאָס פירט צום גוטען און ג-טליכען. און אוב ניט, איז איצט די צייט פון צוריקקערען זיך, -- פון תשוובה.

אָבער ווי אַזױ וייסט דער מענטש צי ער געפינט זיך אויפן ריכטיגען װועג? װי אַזױ ווייסט ער דעם ריכטיגען ציל? װאָס איז זיין קאָמפּאַס אים צו פירען איבער דעם שטורמישען ים פון לעבען װאָס טרייבט זיין שיף מיט יעדען ווינט? וואו איז דער וועג- ווייזער פאַר דער דאָזיגער רייזע װאָס איז אױיסגעשפּרײט מיט אַזויפיל פּאַסטקעס און פאַרפירערישע שילדען ? וואו יעדער פאַלשער וועג האָט זיך זיינע פאַלשע נביאים צו פּראָקלאַמירען די קרומע וועגען אַלס ריכטיגע.

הער זיך צו צו דער תקיעה און דו װועסט ניט בלאָנדזשען. דער ארון הברית איז דיין וועג-ווייזער. גיי נאָך אים, נאָך דעם ענן הכבוד. דאָס איז דיין וועג און דאָרט איז דיין שוץ, דיין ברכה. גיי פאָראויס וואו דאָס װאָרט פון גיט באַלױכט דעם וועג פאַר דיר! אויב דו ביסט אַראָפּ פון וועג, גי נאָך דעם ליכט,

מעגליך, אַז דו וועסט זאָגען, אַז דו קענסט ניט מער צוריק. דו ביסט צו ווייט אַװעק. דער וועג צוריק איז צו ווייט. נאָך מער, דו קענסט פּשוט ניט, וױִיל דו האָסט שוין לאַנג איבערגעריסען מיט דעם װאָס איז אייביג און הייליג. דו ביסט פּשוט הילפלאָז געגען דעם שונא אין דיין אייגען האַרץ.

און דאָך, טו תשובה! דערויף איז דאָ דער טאָג פון יום הכפּורים. דו מעגסט האָבען וי געזינדיגט. אמת, די לוחות הברית ליגען צעבראָכענע פאַר דער טיר פון דיין הויז, און דו האָסט געטאַנצט אַרום דעם גאָלדענעם קאַלב און אַלע עבודה זרה'ס פון דיין צייט, און דאָך, דו ביסט ניט פאַרלוירען, ווייל עס קומט וידער דער טאָג פון יום כפּור, דער טאָג אין וועלכען ג-ט װעט נאָכאַמאָל, וי דעמאָלט אין דער מדבר, זאָגען: סלחתי!

דו דאַרפסט נאָר טאָן דיין חלק. פאַרריכט װאָס עס לאָזט זיך מתקן זיין. װאַרף אַרױס פון דיין הויז יעדען ניט ערליכען גראַשען, מאַך שלום מיט דיין באַליידיגטען ברודער, באַזייטיג אַלץ װאָס איז אומווירדיג אוֹן תורה'דיג אומגעזעצליך אין דיין פאַמיליע-לעבען, אין דיינע ביזנעס און דיינע פאַרגעניגענס, און קום צוריק צו דיין פאָטער אין הימעל,

1

ימים נוראים אַלמאַנאַך

וועלכער שטויסט קיינמאָל ניט צוריק און וועלכער פּראָקלאַמירט אייביג: ;חי ה' כי לא אחפּוץ במות המת כי אם בשובו מדרכו וחיה".

אויב דו ביסט דערװעקט און צוריקגעבראַכט געװאָרען צו גיט דורך דעם קול שופר, אויב דו ביסט דורכגעדרונגען מיט תרועה און כפּרה, תשובה, סליחה און טהרה, אויב יום הכפּורים האָט דיך געפונען אין שויס פון דיין פאָטער אין הימעל, --- דאַן װעט ער דיך אַ צווייט מאָל צוריקברענגען צום לעבען און דיך לערנען װױַ אַזױ צו בויען דעם משכן פון דיין לעבען מיט אַ ריינעם ווילען און באַנײיטען כח, פריי פון יעדער שפּור פון זינד. ער װעט דיך לערנען וי אַזױ צו דערפילען די אויפגאַבע פון דיין לעבען, בעת דו קלויבסט צונויף די ברכה װאָס ער שענקט דיינע ערדישע גיטער און דו װעסט זוכה זיין צו ;ושמחת לפני ה' אלקיך",

ייא

די חבכמה פון "ואה...

... װאָס איז חכמת ישראל ? די חז"ל גיבען אונז אויף דער פראַגע א קלאָרע תשובה : ;הן יראת ה' היא חכמה -- שכן בלשון יוני קורין לאחת הן". פאַראַן אַלזאָ נאָר אַן איין- איינציגע חכמה : יראת ד"י

,ראשית חכמה יראת די". יראת שמים איז, װי מיר זעען, דער אָנפאַנג פון דער חכמה, װאָס איז דער סוף ? אויך דאָס האָבען אונז די חזיל קלאָר געמאַכט : ,תכלית חכמה תשובה ומעשים טובים". און װאָס איז צװישען אָנפאַנג און סוף ? אינצװישען איז די הלכה. דער װעג װעלכער פירט דעם מענטש פון יראה צו תשובה און מעשים טובים, איז דער װועג פון הלכה און מצות. און אָט דאָס איז דער סך-הכל פון חכמת ישראל,

די דאָזיגע חכמה דאַרף מען לערנען. זאָגט אונז דאָך דער פּסוק: ,למען תלמד ליראה את ה'". אָבער לערנען מיר טאַקע די חכמה ? מיר מינען נאָך אַלץ, אַז יראה אין אָפּהענגיק פון רצון. אַלץ דאַרף מען לערנען, אָבער יראת שמים, דאָס -- זאָגט מען אונז -- דאַרף מען נאָר װעלען און ניט מער,

אָבער דאָס איזן ניט די אידישע השקפה. דאָס אין דער לעבענס'בליק פון די אומות העולם. ביי זיי איז פילאָזאָפיע אן ענין פון שכל און ג-טספאָרכטיגקײט אָפּהענגיק פון רצון, די תורה לערנט אונז אַנדערש. די תורה זאָגט אונז, אַז יראת שמים איו א חכמה וועלכע מען דאַרף לערנען, און דאָס איז די איין איינציגע חכמה.

יראת ד' איז געבונדען מיט אהבת ד'! װאָס אין אהבה ? האָבען מיר געלערנט אין מסכת דרך ארץ ; ;הי אוהב את השמים, הוי אוהב את הבריות". פרעגט די גמרא : װאָס אין אַזױנס אַהבה ? ;אמר רבא : אהבה זוהי רדיפה".

אהבת ד' מיינט אַלזאָ די רדיפה, דאָס יאָגען זיך נאָך דעת ד', נאָך קרבת אלקים. אָבער װאָס איז דעת ד' ? דאָס לערנט אונז ירמיהו הנביא. דעת די איז ניט קיין פילאָזאָפיץ און ניט קיין חקירה, נאָר ;דן דין עני ואביון אז טוב, הלא היא הדעת אותי, נאום ד'" -- השם יתברן אַלײן זאָגט אונז, אַז דאָס קענען אים מיינט ניט די פילאָזאָפישע דערקענטעניש, נאָר די גוטע טאַט, דאָס גיין אין זיינע װעגען: ,מה הוא רחום אף אתה רחום, מה הוא חנון אף אתה חנון". גאָר א סך דאַרף א מענטש אַרבעטען ביז ער דערגרייכט די דאָזיגץ מדות, און די באַמיאונגען דאָס צו דערגרייכען װערען אָנגערופען חכמה און דאָס אין די חכמת ישראל -- (;כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים').

יאָ, דאָס איז אַ חכמה װאָס לאָזט זיך גיט דערגרייכען בלויז מיטן רצון, נאָר מיט אַרבעט, און װי ר'י משה חיים לוצאַטו לערנט אונז אין דער הקדמה צום ספר ,מס'לת ישרים". מערקווירדיג װי עס װײזט אָן רבינו עובדי' מברטנורא אַז אױיך מעשי בראשית און מעשי מרכבה, האָבען אונזערע חכמים ניט באַצײכענט װי ,חכמה", נאָר װי מעשי נראשית, מעשי מרכבה, ווייל דאָס איז ניט מער א וויסען פון געשעענישען, א באַקענען זיך מיט פאַקטען. ס'איז אַלזאָ א װיסענשאַפּט, אָבעֶר ניט קיין חכמה. חכמה איז פאַראַן נאָר איינע, די חכמה פון יראה,

(נבעקבות היראה* פון הרב רי' אַברהם אלי' קאַפּלאַן ז"ל)

18

תקעו נגחודש שופֵּר

פון הנאון ר' מאיר שמחה הכהן ז"ל

תקעג בחודש שופר וכו -- חדשן מעשיכס ושפרן מעשיכס, רי ברכיה אטומר שפרו מעשיכם וחסדשו מעשיכם.

ר קען ביישטיין דעם טאָג פון משפּט און מיט װאָס קומט מען צום יום הדין ? דער מדרש געפינט דעם ענטפער אין די ווערטער פון פּסוק: חודש און שופר. חודש, חדשו -- באַניײיט אייערע מעשים: שופר, שפּרו -- פאַרבעסערט אייערע מעשים.

ווען דער מענטש זוכט אַ ועג צו תקון קען ער אים אַמבעסטען דערגרייכען דורך חדוש המעשים, דורך דעם װאָס ער זאָרגט איינצופלאַנצען תורה און אידישקייט ביי זיינע אייגענע קינדער, ביים נייעם דור. אויף דעם האָבען אונזערע חז"ל געזאָגט, אַז ;כל המלמד תורה לבן בנו כאילו קבלה מהר סיני", ווייל דאָס איז דער עיקר, ווען תורה און אידיש" קייט ווערט אײינגעפּרעגט אין די הערצער פון די קינדער און קינדס-קינדער, איז פּונקט אַזױ גוט װוי ער װאָלט אַליין מקבל געוועןי

דאָס מיינט מען מיט חדשו מעשיכם. מיר זעען גאַנץ אָפט, אַז ווען קינדער גייען אַראָפּ פון דרך הישר, שלעפּט עס אויך מיט די עלטערן. ניט וועלענדיג זיך אינגאַנצען דערווייטערן פון זייערע קינדער, ווערען די עלטערן נאָכגיביג און אַלין אָפּגעשװאַכט און פּאַלפּעװען נאָך די מעשים פון זייערע קינדער. פאַראַן אַזעלכע װאָס באַרעכטיגען זייער געוויסען טענה'נדיג, אַז זיי מיינען לשם שמים. זיי מוזען זיין נאָכגיביג, --- זאָגען זי -- ווייל דאַן וועלען זיי נאָך קענען אויסאיבען אַ געוויסע השפּעה אויף זייערע קינדער זי זאָלען ניט אינגאַנצען פאַרלוירען ווערען. אויף דעם לערנען אונז די חז"ל: חדשו מעשיכם, זאָרגט פאַר דעם שלימות פון נייעם דור און דורך דעם װעט אויך זיין שפּרו מעשיכם, דורך דעם װועט איר אויך אַלין ניט נאָכגעבען און קענען בלייבען שלימות'דיג אין אייער אידישקייט,

ר' ברכי' זאָגט: שפּרו מעשיכם וחדשו מעשיכם. ר' ברכי' נעמט אַרױס פון פּסוק אַן אַנדערן װעג. פאַרבעסערט אייערע מעשים און דאַן ערשט -- באַנייט אייערע מעשים. זייט זיך פריער אַלײן מתקן, דאַן װעט איר אויך דערציען גוטע קינדער! ווייל מען קען ניט דעריצען קיין גוטע קינדער אויב מען איז אַלײן ניט גוט און פרום און מען ווייזט ניט דעם נייעם דור קיין ביישפּיל מיטן אייגענעם לעבענס-התנהגות. ווען דער

1

ימים נוראים אַלטאַנאַך

פאָטער איז ג-טספאָרכטיג און אַ זהיר אין זיינע מעשים, דאַן װאַקסען אויך זיינע קינדער געטריי צו השי"ת און זיין תורה. מיטן מאָמענט אָבער ווען די קינדער זעען ביי זייער טאַטען דעם מינדסטען אָפּנױיג, גייען זיי נאָך ווייטער. ווען דער טאַטע איז ניט נזהר אין קלות, וועלען די קינדער שוין עובר זיין אויך אויף חמורות שבחמורות,

דאָס מיינט שפּרוֹ מעשיכם, פאַרבעסערט אייער אייגענעם לעבענס-וועג, און דורך דעם װועט אויך זיין חדשו מעשיכם, איר װועט דאַדורך זוכה זיין מחדש צו זיין און באַנײיען

דאָס אידישקייט, זיכערן נייע,. תורה-געטרייע דורות. (פלויטן ,משך חכמה")

אין געראנגטל מיטן שטו 2

;למה תוקעין?... רחמנא אמר תקעו... אלא למה תוקעין ומריעין ותוקעין ? כדי לערבב את השטף.

פאַראן מענטשען, פאַראַן א צײיט און פאַראַן א פּלאַץ, װאָס בכדי צו דערגרייכען אַ געגענזייטיקע פאַרשטענדיגונג זיינען ניט נויטיג קיין לאַנגע פּאַטעטישע רעדעס און שטאַרקע אויסדרוקן. גענוג איז אַ האַנט-דרוק אָדער א שװיגענדיגער בליק, בכדי צו פאַרשטיין דעם אנדערן און זיך פאַרבינדען אין אן אייביגע פרינטשאַפט. װען דעם תנא איז דאָס ניט איינגעפאלען האָט ער געפרעגט : ,למה תוקעין ?* װאָס װעט צוגעבען דער פּשוטער קלאַנג פון אַ שופר איל ? האָבען מיר דען ניט אין ראש השנה גענוג האַרציגע תפילות און ואונדערליכע פּיוטים צו דערװעקען דאָס הארץ? און אויב דאָס אַלץ װעט ניט העלפען, װאָס קען דען שוין אויפטאָן דער שופר פון אַן אִיל פּשוט ?

דערויף האָט מען אים געענטפערט: ,רחמנא אמר תקעו!* די זעלבע מדה פון רחום וחנון האָט אונז געזאָגט : מיר איז חשובער דער פּשוטער רוף פון אַ תמימות'דיג אידיש האַרץ, דער פּשוטער קרעכץ פון א צעבראָכען אידיש געמיט, מער װי אַלע פּרעכטיגע קינסטלערישע תפילות, אויב דאָס האַרץ איז ניט דערביי. דעמאָלט האָט זיך רבי יצחק געוואונדערט ; אויב אַזױ, אויב דער כוח פון פּשטות איז אַזױ גרויס, נאָך װאָס װידער דער תשר"ת, דער תש"ת און דער תר"ת ? האָט מען אים געענטפערט : צװישען אונז און דעם בורא, װאָלט טאַקע גענוג געװען מיט א פּשוט'ץ קול, מיט איין פּשוטץ געשריי, דאָס אַליין װאָלט שוין צוריקגעשטעלט אונזער קשר מיטן רבונו של עולם. היות אָבער דער שטן מישט זיך אַריין, ער שטעלט קשיות און װאַרפט אַרײן ספקות, צעמישט און צעטומעלט די מוחות, איז שוין דאָס פּשטות אַליין ניט גענוג. קעגען דעם ,שטן-פילוסוף" מוז מען שוין אַרױס מיט אַ מער קאָמפּליצירט כליזין בכדי אים מערבב צו זיין...

(ספר ;וכרון מאיר?" להגר"מ שפּירא זצ"ל מלובלין)

10

אמונח

5 פון הגאון ר' אלחנן װאַסערמאַן זיל

ויף דער װאָרענונג פון דער תורה ;ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" זאָגען

אונזערע חכמים ז"ל -- זו המינות. אין פלוג איז דאָס גאַנץ אומפאַרשטענדליך. געוויינליך נעמען מיר אָן, אַז די סיבה פון כפירה ליגט אין קלקול הדעת, אין דער פאַר- קרומקייט פון שכל. אָבער דער שכל האָט דאָך זיין פּלאַץ אין מענטשליכען מוח און ניט אין האַרץ. היינט-זשע וי אַזױי װאָרענט די תורה ניט נאָכצוגײן די גלוסטונגען פון האַרץ? עס װאָלט דאָך ריכטיגער באָדאַרפט שטיין ולא תתורו אחרי דעתכם וראשכם.

דער רמב"ם אין ספר המצוות זאָגט אונז, אַז ;מצוה ראשונה לידע ולהאמין? -- אַז דער ערשטער געבאָט פון אַ איד איז צוֹ וויסען און צו גלויבען, אַז גיט ב"ה האָט באַ- שאַפען די וועלט און אַז ער פירט זי. אויך דאָס איז אין פלוג ניט פאַרשטענדליך. אַ מצוה איז שייך אויף פּראַקטישע מעשים: װאָס צו טאָן און װאָס ניט צו טאָן, װאָס דאָס ליגט אין דער האַנט פון מענטש. אָבער װאָס איז שייך אַ חוב צו גלויבען ? איינס פון די ביידע: האָט דער מענטש די אמונה, איז דאָך גוט, װיבאַלד ה"ו די אמונה איז אויסגעריסען גע- װאָרען פון זיין האַרץ, װי אַזױ קען מען אים באַפעלען צו גלויבען. ער איז דאָך לכאורה אַן אָנוס, װאָס קען זיך אַליין נישט העלפען.

נאָך מער אומפאַרשטענדליך זיינען די שטראָפען פון דער תורה פּאַר דעם חטא פון כפירה. דער חטא פון כפירה איז האַרבער אפילו פון דער זינד פון עבודה זרה. אַן עובד ע"ז דאַרף לויט די חוקי התורה גע'משפּט ווערען דורכן בית דין, דורך עדות,. התראה וכדומה. דאַגעגען אַ כופר האָט אַ דין פון מורידין ולא מעלין, בכל מקום ובכל זמן. פאַרװאָס איז עס אַזױ ?

אָבער אַז מיר וועלען זיך פאַרטיפען, וועלען מיר איינזען, אַז אמונה אַלײן, דער גלויבען, אַז השי"ת האָט באַשאַפען די װועלט און פירט זי, איז אַ לאָגישער מוז פאַר יעדען בר-דעת װאָס האָט אַ נאָרמאַלען מענטשליכען שכל. מען דאַרף דערצו ניט זיין קיין דענקער. און װי דער חובות הלבבות זאָגט אין שער היחוד: ,ווען איינער װאָלט געזאָגט אויף אַ מאַשין װאָס איז געמאַכט אויף אָנצוטרינקען די פעלדער, אַז זי איז גע- מאַכט געװאָרען אָן כוונה, אָן אַ באַשטימטען ציל, װאָלטען אַלע אַזעלכען באַטראַכט װי אַ חסר-דעה. עס איז דאָך באַקאַנט, אַז זאַכען װאָס זיינען באַשאַפען געװאָרען אָן אַ פּלאַן קענען אין זיך ניט האָבען קיין שום סימנים פון חכמה. אויב טינט װעט זיך אויסגיסען אויף גלאַטען פּאַפּיר איז נישט מעגליך, אַז מ'זאָל דערפון אַנטשטײן אַ מסודר'דיגער און לעזבאַרער כתב. און אויב איינער װעט קומען און װעט ברענגען אַ מסודר'דיגען מאַנו-

111

ימים נוראים אַלמאַנאַך

סקריפּט און טענה'ן, אַז דאָס איז אַנטשטאַנען דורך אַ צופעליגען אויסגיסען זיך פון אַ פלעשעל טינט, וועלען אַלע אים שטעמפּלען פאַר אַ ליגנער. וי אַזױ-זשע קען דען אַ מענטש אַ בר-דעת זאָגען, אַז די גאַנצע בריאה איז אַנטשטאַנען פון זיך זעלבסט ? מיר זעען דאָך אין דער בריאה אויף יעדען טריט, אַזויפיל אַנטפּלעקונגען פון טיפער חכמה אָן אַ גרעניץ. און וויפיל חכמה איז פאַראַן אין דעם געבוי פון דעם מענטש, אין דער צוזאַמענשטעלונג פון זיינע אברים. וי אַזױ קען עמיצער זאָגען אַז אָט אַזאַ וואונדער- ליכע מאַשין איז געשאַפען געװאָרען ח"ו פון זיך אַליין. װעט, למשל, עמיצער װאַגען צו זאָגען, אויף אַ זייגערל, אַז עס איז באַשאַפען געװאָרען גלאַט אַזױ פון זיך זעלבסט ?

וי מיר זעען אַלזאָ דאַרף דער נאָרמאַלער מענטש ניט אָנקומען צו קיין שום באַ- ווייזען פאַר מציאות הבורא. די בריאה אַלין, הימעל און ערד און אַלע פּלאַנעטען, דער מענטש און אַלע ברואים זאָגען עדות מיט זייער וואונדערליכען סדר אויף זייער באַשע- פער. וי אַזױ נעמען זיך אַלזאָ פאָרט אַזויפיל כופרים אויף דער װעלט און וי אַזױ קען דאָס זיין אַז אַפילו גרויסע דענקענדע מענטשען האָבען געקענט קומען צו אַזאַ אומלאָגישער ,מסקנא", אַז די וועלט איז באַשאַפען געװאָרען דורך אַ ,צופאַל"?

אַן ענטפער אויף דעם דאָזיגען רעטעניש געפינען מיר אין דער תורה, גענוי װי מיר געפינען אין דער תורה אַן ענטפער צו אַלע אַנדערע פראַגען און פּראָבלעמען פון מענטשליכען לעבען. די תורה זאָגט אונז: ;לא תקח שוחד", ווייל דער שוחד מאַכט בלינד די אויגען פון חכמים און פאַרדרייט די רייד פון צדיקים. און דער שיעור פון שוחד, לויטן דין פון דער תורה, איז אַפילו אַ שוה פּרוטה. דער דאָזיגער פאַרבאָט פון שוחד גייט אַרױף אויף יעדען איינעם, אפילו אויפן חכם מכל האדם און אויף אַ צדיק װי משה רבנו. אויך דאָס איז אין פלוג אומפאַרשטענדליך: װי קומט עס אַז די תורה איז חושד אפילו דעם גרעסטען צדיק, אַז ער װעט צוליב אַ קליינליכע הנאה פּסק'ענען אַ דין שקר ?1 אָבער מען דאַרף זיך ניט חידוש'ן. די תורה האָט דאָ נאָר מעיד געווען אויף אַ נאַטור- געזעץ, װאָס קיינער קען נישט אָפּפרעגען, און נעמליך: אַז דער רצון פונם מענטש איז משפּיע אויף זיין שכל. און װאָס גרעסער דער רצון, אַלץ גרעסער די השפּעה.

דער מענטשליכער שכל איז ניט פריי נישט באַאיינפלוסט צו וערען פון זיינע תאוות. אַזױ האָט אונז די תורה אויך מזהיר געווען, אַז אַ דיין דאַרף זיין אַ שונא בצע. פרעגט זיך: װאָס מאַכט דען אויס אויב דער דיין איז יאָ אַן אוהב בצע, ער טאָר דאָך קיין שוחד סיי-ווי נישט נעמען און עס איז אפילו ניטאָ קיין באַװייז, אַז ער האָט יאָ גענומען שוחד, טאָ װאָס אינטערעסירען אונז זיינע פּערזענליכע נייגונגען?

דער ענטפער איז, אַז אויב אַ מענטש איז אַן אוהב בצע, איז ער אַ נוגע אויף שריט און טריט, ער באַגעגענט זיך כסדר מיט זיינע אינטערעסען. און היות דער רצון איז משפּיע אויפן שכל, ווערט ביי אים אויך דער שכל אַ פאַרקרומטער. אפילו ווען ער דאַרף דן זיין וועגען אַן ענין אין וועלכען ער האָט נישט קיין שום פּערזענליכען אינטערעס, קומט ער אויך צום דין מיט אַ פאַרקרומטען און טענדענציעזען שכל,

דער מענטש װאָס ווערט באַהערשט פון זיינע תאוות איז ניט פריי אין זיין טראַכ- טען. ער קען ניט זען דעם אמת, אוב דער דאָזיגער אמת קומט אין קאָנפליקט מיט זיינע פאַרלאַנגען. ער איז װי אַ שיכור, וועמען עס קען נישט ביישטיין זיין חכמה בעת ער איז אין טראַנס פון שכרות.

ס'איז דעריבער ניט קיין וואונדער אויף די מכלומרשטע דענקער און פילאָזאָפען, װאָס האָבען געלייקענט אין חידוש העולם. ווייל װי גרויס עס איז זייער חכמה איז נאָך גרעסער זייער תאווה, צו זיין מכלומרשט פריי און הנאה צו האָבען פון די הנאות עולם הזה. ס'איז דער יצר-הרע װאָס איז זיי משחד און זאָגט זיי: אָט איז פאַר דיר אַ שיינע

112

ימים נוראים אַלמאַנאַך

און אַ גרויסע וועלט. פאַרװאָס זיך באַגרעניצען? און אָט דער וילען צו אַ הפקר'דיג לעבען איז דער שוחד װאָס זייעט די זאָמען פון כפירה.

מיר זעען אַלזאָ װוי מינות אוֹן כפירה האָבען ניט זייער מקור אין קלקול הדעת. דער שכל, ווען ער װאָלט געלאָזען געװאָרען פריי צום קלאָרען דענקען װאָלט זיכער געמוזט איינזען דעם אמת פון דער װעלט, װאָס פירט צו אמונה. עס זיינען די מענטש- ליכע שװאַכקייטען און תאוות װאָס פאַרקרומען און פאַרבלענדען דעם שכל,

דאָס מיינט די תורה ווען זי װאָרענט אונז געגען מינות און כפירה מיט דער התראה פון ;ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם". דער מענטש וװערט געװאָרענט מכניע צו זיין און משעבד צוֹ זיין זיינע רצונות, בכדי דער שכל זאָל זיין פריי פון דיקטאַט פון זיינע תאוות און ממילא דערקענען דעם אמת, װאָס דריקט זיך אויס אין אמונה,

די כפירה אַליין האָט נישט קיין שום פּלאַץ אין גראָדען מענטשליכען שכל. אויב די רויע תאוות באַהערשען אים נישט, קען דער מענטש קינמאָל ניט קומען צו כפירה. דאָס זעלבע מיינט אויך די מצוה פון גלויבען. עס מיינט צו באַגרעניצען די תאוות און ניט דערלאָזען, אַז דער שכל זאָל פון זיי באַהערשט ווערען. דער ריינער, ניט באַאײנ- פלוסטער פאַרנונפט װעט אויפן נאַטירליכען וועג אַליין צוקומען צו אמונה. מען דאַרף זיך דעריבער ניט באַמיען צו דערגרייכען אמונה, נאָר מ'דאַרף באַזייטיגען די גורמים, װאָס פירען צו כפירה ח"ו.

און פון דעם דאָזיגען עיקר -- די אמונה אין השי"ת -- קומט לאָגישערװײיז אַ צווייטער עיקר: די אמונה אין תורה מן השמים. וייל נאָך דעם וי מיר וייסען, אַז השי"ת האָט באַשאַפען די וועלט פאַר אַ באַשטימטען ציל איז זיכער דער מענטש אַלין נישט בכוח צוֹ דערגיין, װאָס עס איז דעם רבש"ע'ס רצון, אויב גיט ב"ה זאָל עס אים ניט לאָזען וויסען. די גאַנצע בריאה װאָלט דאַן געווען אָן תכלית. עס איז דעריבער אַ דבר מוכרח, אַז השי"ת האָט מודיע געווען און מגלה געװוען פאַר דעם מענטשען װאָס ס'איז זיין רצון און װאָס ער פאַרלאַנגט פון אים. און דאָס האָט ער געטאָן דורך זיין התגלות ביים הר סיני און די תורה מן השמים.

און פון די דאָזיגע צוויי עיקרים קומט אויך אַ דריטער עיקר, און דאָס איז די אמונה אין ביאת המשזיח. ווייל נאָך דעם וי מיר ווייסען קלאָר אַז השי"ת האָט באַשאַ- פען די װועלט און אַז אַלץ איז באַשאַפען געװאָרען צו טאָן זיין רצון, זעען מיר אין דער וועלט דעם היפּוך דערפון. די מענטשהייט איז משוקע און זינקט אַלץ טיפער אין אַ ים פון תאוות און פאַרברעכענס. ס'איז דאָך קלאָר, אַז פאַר אַזאַ מענטשהייט איז ניט כדאי געווען צו באַשאַפען הימעל און ערד. מוז מען אַלזאָ קומען צו דער מסקנא, אַז קומען װעט דער טאָג, ווען ס'וועט פאַר דער גאַנצער ועלט אַנטפּלעקט ווערען דער כבוד ה' והי' ה' למלך על כל הארץ, אמן ואמן !

דיי

סתרו יושר, עצתו אמונה, פּעולתו אמת.

דער יושר פון השי"ת אין פון אונז פאַרהוילען. אונזער שכל איז צו באַגרעניצט

עס צו פאַרשטיין. די עצה צו דעם איז אמונה -- עצתו אמונה, צו גלויבען אַז פּעולתו אמת, אַז אַלץ װאָס השם יתברך טוט איז אמת און ריכטיק.

(?אהל תורה" -- קוצק)

131

װאָס לערנט אונו דער קול שופר

. פון הגאון ר' אחרן לעווין ז"ל

רויס און מעכטיג איז דער כוח פוֹן נגינה. דאָרט וואו ווערטער זיינען צו-שװאַך אויף

אויסצודריקען די טיפסטע געפילען פון אַ מענטש, דאָרט האָט אַ צוטריט -- די נגינה. די קולות פון נגינה דערגרייכען טיף, טיף צו דעם מענטשליכען האַרץ און טוען אויפציטערן דאָס מענטשליכע געוויסען. דערפאַר טאַקע װען עס קומט דער גרויסער טאָג פון ראש השנה, ווען די גאַנצע מענטשהייט ווערט גע'משפּט און עס ווערט באַשטימט דער גורל פון יעדען יחיד און פון דעם גאַנצען כלל -- מי יחי' ומי ימות! איזו לחרב ואיזו לרעב ! -- אָט דעמאָלט באַגרעניצען מיר זיך ניט בלויז צו ווערטער. אונזערע גע- פילען אוֹן בקשות צום הערשער פון דער וועלט דריקען מיר אין דעם דאָזיגען טאָג אויס ניט בלויז מיט ווערטער, מיט תפלות; עס לאָזט זיך הערען אין דעם דאָזיגען טאָג שטאַרק און מעכטיג אויך דער קול פון -- נגינה, װאָס דערגרייכט אפשר טיפער און אויך דאָרט וואו ווערטער דערגרייכען ניט, דאָס זיינען די קולות השופר.

ניט קיין איינפאַכע נגינה זיינען די קולות פון שופר. ;אם קול שופר שמע יצא, אם קול הברה שמע לא יצא!* (ר"ה כז, ב) -- ;אויב מען הערט אַ ריכטיגען קול שופר איז מען יוצא, אויב מען הערט אָבער בלויז אַן אומבאַשטימטען קול איז מען ניט יוצא!* דער שופר ברענגט צום אויסדרוק ניט קיין געוויינליכע קולות, ,/שמע* אין לשון הקודש מיינט הערען, אָבער ;שמע* אין לשון הקודש מיינט אויך פאַרשטיין. די קולות השופר דאַרף מען ניט בלויז הערען, נאָר מען דאַרף זיי אויך פאַרשטיין! און די קולות פון שופר האָבען אונז אַ סך צו זאָגען

דריי זיינען פאַראַן קולות פון שופר: תקיעה, תרועה און שברים. די תקיעה איז אַ ,קול פּשוט", אַן איינפאַכער קול. און יעדער מענטש דאַרף אויך האָבען אַ קול פּשוט. און ווייט און פאַרצווייגט איז דער באַגריף פון אַן ,איינפאַך קול". צו האָבען אַ אקול פּשוט" מיינט, אַז מען זאָל זיין אויפריכטיג, אַז מען זאָל ניט זיין אחת בפה ואחת בלב, אַז מען זאָל זאָגען דעם אמת, אַז מען זאָל ניט פאַרדרייען קיין טאַטזאַכען, אַז מען זאָל ניט האָבען די מדות פון צביעות, חניפה און שקר א. אַ. װו. אַמאָל דאַכט זיך, אַז דאָס איז בלויז אַ קלייניגקייט, ווען מען װוערט געשטרויכעלט אין די דאָזיגע זאַכען. װאָס פאַר אַ באַדייטונג קען דאָס האָבען ווען מען זאָגט עפּעס ניט ריכטיג ?! עס זיינען דאָך בלויז ווערטער און קיין שום מעשים זיינען דערמיט ניט פאַרבונדען! דאָס איז אָבער אַ גרויסער טעות. ;עקימת פֹּה הוה מעשה"! (בבא מציעא צ, ב). ;עקימת פּה", דאָס רעדען אין אַ פאַרדריי- טער, ניט ריכטיגער פאָרם, דאָס באַנוצען דעם כוח הדיבור אויף פאַלשקייט, אויף רכילות,

14

ימים נוראים פֿלמאַנאך

אויף חניפה, אויף צביעות, דאָס איז אין זיך אַלײן אַ מעשה, אַ שרעקליכע און פאַר- דאָרבענע טאַט!

און ווען אין דעם אַלטעגליכען לעבען איז עס אַזױ וויכטיג צו האָבען אַ ;קול פּשוט", אַן אויפריכטיגע און איינפאַכע שפּראַך, ניט קלענער איז די באַדייטונג פון דעם אקול פּשוט* אין דעם פאַרקער פון מענטש מיט ג-ט, ,בין אדם למקום". ווען אַ מענטש שטייט פאַר ג-ט און גיסט אויס זיין האַרץ פאַר דעם הערשער פון דער וועלט, דאַן מוז ער אויך האָבען אַ ;קול פּשוט?, ער מוז זיין אויפריכטיג און ניט באַנוגענען זיך בלויז מיט דער אויסערליכער פאָרם ניט האָבענדיג אפילו אין זינען װאָס ער דאַװענט. ,תמים תהי' עם ה' אלקיך!* (דברים יח, יג) -- ;ווען אַ מענטש שטייט פאַר דעם רבש"ע, בעת ער איז 'עם ה' אלקיך', דאַן מוז ער זיין אַ 'תמים'", גאַנץ, זיינע מעשים, זיין אויפפירונג טאָרען ניט זיין אַ סתירה צו די װוערטער פון די תפלות!

אויב דער עקול פּשוט* איז הערשער אין דער מענטשליכער געזעלשאַפט, דאַן איז ממילא געשאַפען דער יסוד פאַר שלום, אחדות און האַרמאָניע. װאָס פעדערט נאָך גיכער דעם פּירוד און מחלוקת וי דאָס פעלען פון אַ קול פּשוט, דאָס באַנוצען זיך מיט אַ פאַר- דרייטען קול, מיט אַ פאַלשען קול, מיט אַ קול פון שקר און רכילות ! דורך דעם טאַקע: ,ובהקהיל את הקהל תתקעו" ! (במדבר י, ז) -- אויב מען װויל דעם קהל, די געזעלשאַפט צוזאַמעננעמען און פאַראייניגען, דאַן דאַרף זיך בלויז הערען אין דער גאַס דער קול פון דער תקיעה! אויב עס איז ;תתקעו", אויב מען פאַרשטייט ריכטיג די באַדייטונג פון דער ,תקיעה*, דאַן איז ממילא פון זיך אַליײן דער ,הקהל", דאַן הערשט שלום און אחדות צווישען דער געזעלשאַפט!

דאָס מענטשליכע לעבען באַשטײט ליידער ניט בלויז פון גוטע מאָמענטען, פון פריי- דיגע פּאַסירונגען. זייער אָפּט ווערט אַ מענטש געשטעלט פאַר שווערע און אומאַנגענעמע נסיונות און אָפטמאָל רייסט זיך אַרױס אַ קרעכץ פון אַ מענטשליכען האַרץ. אָבער אַ מענטש טאָר ניט אין אַזאַ מאָמענט פאַרצווייפלען און ער מוז האָבען בטחון צו ג"ט, ;צרה ויגון אמצא ובשם ה' אקרא!* (תהלים קטז, ג-ד). אויב אַ מענטש געפינט זיך אין אַ צרה, דאַן איז די עצה: ;בשם ה' אקרא!?" האָפען צו ג-ט און ניט פאַלען ביי זיך, ;הכריעה על ברכים ולא על אפּים* (ברכות לא, ב). ווען מען מוז זיך בויגען, ווען מען געפינט זיך אין אַ מצב פון ,כריעה", דאַן קען דאָס העכסטענס זיין ?על ברכים", מען קען פאַלען אויף די קני, אָבער קיינמאָל ניט ,על אפּים", אויף דעם פּנים. מען טאָר קיינמאָל דעם גלייכגעוויכט ניט פאַרלירען! און אָט דער אידישער קרעכץ ווערט סימ" באָליזירט אין דעם צווייטען קול פון שופר, אין דער -- תרועה!

די תרועה איז אַ קול פון אַ קרעכץ, ;ילולי יליל" (ר"ה לד, א) אָבער די תרועה איז בלויז אַ קורצער, אַן אָפּגעהאַקטער קרעכץ. אויך דער קרעכץ פון אַ מענטש טאָר ניט זיין אַ לאַנגער! מען טאָר ניט צופיל פאַרצווייפלען! װי גרויס עס זאָל ניט זיין דער צער, אומדערשיטערליך דאַרף זיין די האָפענונג אַז בעסערע צייטען וועלען לאַנג אויף זיך ניט לאָזען װאַרטען! ;אשרי העם יודעי תרועה!* (תהלים פט, טז) -- וואויל איז צו דעם װאָס פאַרשטייט װאָס די תרועה באַדייט! וואויל איז צוֹ דעם װאָס נעמט זיך אַרױס דעם ריכטיגען מוסר, דעם ריכטיגען לימוד פון דער תרועה!

נישט נאָר פאַר זיך אַליין טאָר דער איד זיך ניט אונטערגעבען אין אַ שװערער לאַגע און זען אַז זיין אייגענער קרעכץ זאָל זיין בלויז אַ קורצער. דער מענטש דאַרף זען אַז דעם אַנדערנ'ס קרעכץ זאָל אויך ניט זיין אַ לאַנגער! ווען מען זעט אַז דער צווייטער געפינט זיך אין אַן עת צרה און מען קען אים העלפען, דאַן מוז די הילף זיין אַ זאָפּאָר- טיגע. ווען מען דאַרף געבען צדקה, ווען מען דאַרף שטיצען אַ צווייטען, דאַרף מען ניט

151 .

ימים נוראים אַלמאַנאך

צופיל טראַכטען און זיך מיישב זיין, נאָר מען דאַרף זיין פון די ,יודעי תרועה" און טאָן אַלץ מעגליכעס, אַז דער קרעכץ פון דעם ברודער זאָל װאָס גיכער אויפהערען. ,אשרי שומרי משפּט עושה צדקה בכל עת!* (תהלים קו, ג). געלויבט זיינען די יעניגע װאָס טוען צדקה אין דער צייט, תיכף ווען זיי דערוויסען זיך, אַז דער צווייטער געפינט זיך אין אַ נוט!

עס איז אָבער פאַראַן אַ קרעכץ וועלכער איז שוין ליידער גאָרניט קיין קורצער. דאָס איז דער קרעכץ פון דעם גאַנצען כלל ישראל אין זיין שוין צוויי טויזענט יאָריגער גלות- מאַרטיראָלאָגיע. אָט דער דאָזיגער קרעכץ לאָזט זיך שוין הערען גאָר אַ לאַנגע צייט און ער וערט סימבאָליזירט אין דעם דריטען קול פון שופר, אין דעם ,שברים". ,שברים, גנוחי גנח !* (ר"ה לג, ב) -- אַ לאַנגער קרעכץ. און ווען עס לאָזט זיך הערען דער שווע- רער קרעכץ פון דעם שברים, דאַן מוז זיך ביי יעדען איינעם דערהערען אַן אינערליכער קול װאָס פרעגט: פאַרװאָס איז עס טאַקע?! פאַרװאָס ליידט דאָס אידישע פאָלק אַזױ שרעקליך און עס נעמט ניט קיין עק און קיין סוף צו די צרות און רדיפות ?! און דאַן דאַרף דער איד דערהערען אויך די תשובה אויף דער דאָזיגער שאלה און פילען װי דער שופר רופט אים צו : ,רחצו, הזכו, הסירו רוֹע מעלליכם מנגד עיני, חדלו הרע!* (ישצי' א, טז) -- אידען, הערט אויף מיט אייערע שלעכטע מעשים, קערט אייך צוריק צו ג-ט און איר װעט געהאָלפען ווערען! ,אין מיתה בצבור !* (הוריות ו, א) -- דאָס אידישע פאָלק קען ניט אונטערגיין, און ווען אויך שווער און שרעקליך איז די לאַגע פון אידישען כלל, דאָך טאָר מען ניט פאַרצווייפלען. דער אידישער כוח ליגט אין -- בטחון, און מיט דעם דאָזיגען כוח לעבט איבער דאָס אידישע פאָלק אַלע זיינע שונאים! ;קוה אל ה', חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה'. קוויתם ולא נושעתם, קוו ושובו וקוו!*

ווען אָבער אין דער אידישער גאַס לאָזט זיך הערען דער שברים, דער גרויסער קרעכץ פון צרות און רדיפות, דאַן טאָר קיינער ניט בלייבען פון דערווייטענס. ווען אפילו עמיצען באַרירט די אידישע קאַטאַסטראָפע ניט פּערזענליך, טאָר ער אַלץ ניט זיין אָפּ- געזונדערט פון דעם אידישען כלל. ,בזמן שהצבור שרוי בצער אל יאמר אדם אלך לביתי ואוכל ואשתה, ושלום עליך נפשי!* (תענית יא, א). דער שברים איז איין גאַנץ קול און איין געבראָכען קול! ווען דאָס אידישע פאָלק געפינט זיך ליידער אין אַ מצב װאָס עס לאָזט הערען דעם דאָזיגען קול, דאַן טאָר קיינער ניט זיין קיין אויסנאַם און יעדער דאַרף זיך משתתף זיין בצרת הכלל! ,בזמן שישראל שרוין בצער ופירש אחד מהם באים שני מלאכי השרת שמלוין לו לאדם ומניחים ידיהם על ראשו ואומרים לו: פּלוני זה שפּירש מן הצבור אל יראה בנחמת הצבור !* (תענית יא); קווען דאָס אידישע פאָלק געפינט זיך אין אַ צרה און איינער גייט און טיילט זיך אָפּ פון דעם כלל, דאַן קומען די צוויי מלאכים װאָס באַגלײטען אַ מענטש און לייגען אַרױף זייער האַנט אויף זיין קאָפּ און זאָגען צו אים: דו װאָס האָסט דיך ניט משתתף געווען אין דעם צער פון דעם צבור װועסט אויך ניט זען די הילף װאָס װעט קומען פאַר דעם כלל!*

יאָ, פיל, זייער פיל קענען מיר לערנען פון די קולות פון דעם שופר. טיף זיינען די געדאַנקען װאָס זיי ברענגען צום אויסדרוק. און אויב מיר וועלען ריכטיג פאַרשטיין די דאָזיגע קולות, אויב מיר וועלען זיך ניט באַנוגענען בלויז מיט הערען זיי, דאַן וועלען מיר באַרעכטיגט זיין צו דער האָפענונג, אַז מיר וועלען אויך זוכה זיין צו הערען נאָך אַ קול שופר. דאָס װעט זיין דער קול פון אַן אַנדער שופר, ניט פון דעם געוויינליכען שופר װאָס מיר באַנוצען אין ראש השנה, און באַלד װעט זיך לאָזען הערען : ;והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול, ובאו האובדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקודש בירושלים !* וישׁעֵיי כז, יג) -- ;עס װעט קומען דער טאָג ווען מ'וועט בלאָזען

16